News

You can now read our Yiddish articles offline! – The Forward


אויב איר האָט עד־היום ליב צו האַלטן אַן אַרטיקל אין די הענט וואָס איר קענט לייענען זיצנדיק אויף דער באַן, ליגנדיק אויף דער סאָפֿע אָדער נאָכן שבתדיקן טשאָלנט, האָבן מיר אַ גוטע בשׂורה פֿאַר אײַך.

פֿון איצט אָן וועט איר יעדן מיטוואָך באַקומען אַ לינק צו אַ פּי־די־עף פֿון די ייִדישע פֿאָרווערטס־אַרטיקלען פֿון יענער וואָך (אַחוץ, אַוודאי, יענע אַרטיקלען וואָס פֿאָדערן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַ ווידעאָ).

דורכן גיבן אַ קוועטש אויפֿן לינק וועט איר קענען אָפּדרוקן די אַרטיקלען און זיי לייענען וווּ איר ווילט נאָר, אָן שום עלעקטראָנישער כּלי. צו לייענען די אַרטיקלען פֿון דער איצטיקער וואָך, גיט אַ קוועטש דאָ.

 




Source link

Leave a Reply

Your email address will not be published.